בס"ד
הושענא
דלותי ולי יהושיע!
דאס ווארט קאראנע קריכט דיר שוין ארויס פון די נאז מסתמא...
אבער דאס איז ליידער די איינציגסטע מחלה פון וואס מ'רעדט בכלל!
אונזער טאטע שליט"א לרפו"ש ליגט שוין אפ אין שפיטאל א לענגערע צייט ווי ער מוטשעט זיך מיט א ביטערע אומ-געווענליכע קרענק ה"י, ער קען ליידער נישט גיין אויף די אייגענע פיס!
אונזער טאטע איז א חשוב'ע איד, א תלמיד חכם וואס האט קיינמאל נישט געוואלט צוקומען צו קיין הילף פון אנדערע, ער איז אלע יארן געווען א נהנה מיגיע כפו און אלין געשפייזט זיין פאמיליע, איצט אבער האט אים ליידער געטראפן אא ביטערע קרענק, און בלית ברירה האט ער געמוזט אריינגיין אין שפיטאל.
דאס זיין אין שפיטאל אליין האט אונז אפגעקאסט א געוואלד, מיר האבן געמוזט צושטעלן פאר אים א נירס וואס זאל קענען זיין מיט אים יעדן איינציגסטן נאכט, צוליב דעם וואס לעת עתה איז נאך פארבאטן פאר באזוכער צו זיין דארט איבער נאכט, און ער קען ליידער נישט גיין אויף די אייגענע פיס ר"ל. כדי צו קענען באקומען א נירס אין אזא צייט, ווען די שפיטעלער זענען ליידער פיל, און ס'איז דא אזא גרויסע פארלאנג פאר דעם, בפרט מיט די אלע רעגירונגס געלטער, דארף מען צאלן גאר טייער אז ס'זאל זיך זיי לוינען אנצונעמען די ארבעט, מיר האבן די לעצטע תקופה שווער גע'ארבעט צוזאם צושטעלן וויפיל מיר האבן געקענט פון די משפחה און פון גוטע פריינד, אט האלט עס אבער ביי א מצב פון באו מים עד נפש!!! מיר קענען מער נישט דעקן אליין די ריזיגע הוצאות און שווערע חובות האבן זיך אנגעהויבן זאמלען.
ענדליך ענדליך נאכ'ן זיין אין שפיטאל פאר לאנגע וואכן און חדשים, איר ער הערשט לעצטנס אהיים געקומען, אבער יעצט האט זיך אנגעהויבן א פרישע רונדע פון ריזיגע הוצאות, מיר האבן אים געמוזט דינגען און אויסרישן א פרישע דירה, וואס זאל זיין גע'אייגענט פאר אים אין זיין מצב,דאס אליינס האט געקאסט א געוואלד, און יעצט האט זיך אנגעהויבן די לאנגע שעות פון טעראפי וואס ער דארך מאכן יעדן טאג, וואס דאס קאסט אויף א געוואלד! דאס איז אויסער די הוצאות פון די נירס וואס מיר האבן פריער דערמאנט.
בנוסף צו דעם אלעם קומט נאך צו אז אונזער טאטע שליט"א שטייט יעצט בעפארן חתונה מאכן זיין יונגסטן קינד בשעטומ"צ, מיר זענען מתפלל און מיר האפן צום בוכ"ע אז ער זאל קענען בכלל מיטהאלטן די חתונה, אבער מיר האבן נישט אפילו דאס מינימום וואס מ'דארף האבן צו קענען שטעלן א חופה... נאך אזויפיל מיטמאכענישן, ענדליך האלט מען שוין דא, אבער ס'איז אין בידינו לפורטה אפילו שוה פרוטה ממש!!!
יעצט האט אים באטראפן א פרישע אומגליק ווען די הויז ווי א גרויס חלק פון די חתונה חפצים זענען שוין געלעגן גרייט, איז פארפלייצט געווארן ביים פאריגן ריזן שטורעם און מ'האט שאדן געהאט שווערע געלטער ל"ע און מ'דארף יעצט אנהייבן פון פריש אלעס איינקויפן.
ע"כ ווענדן מיר זיך צו אייך טייערע אידן רחמנים בני רחמנים, הערט אויס אונזער געוויין, הערט אויס דעם שטילן קרעכץ פון אונזער טאטן שליט"א וואס ווייסט נאכנישט צו ער וועט קענען מיטהאלטן די חתונה פון זיין יונגסטן קינד, הערט אויס געם געשריי פון חתן וכלה, וואס ווילן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל און זיי האבן נאכנישט גארנישט....
בזכות זה וועט אייך דער אויבערשטער אוודאי שענקען א לעכטיג זיסע יאר, און איר וועט אי"ה ניצל ווערן מכל מחלה ומכל מרעין בישין, ונזכה בקרוב לביאת משיח צדקנו במהרה בימינו