א שוידער האט אונז אלע ארומגענומען הערנדיג די ביטערע בשורה פונעם פלוצלונג'דיגע פטירה פון אונזער חבר הב' שמשי זארגער ע"ה.
שמשי'ס שמייכל וועט אונז אייביג בלייבן אין זכרון, אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען צו גיין אונטער די חופה, און איבערצולאזן א שם ושארית אויף דעם וועלט. מיר קענען נישט לאזן זיין זכרון פארגעסן ווערן.
לאמיר זיך צוזאמנעמען, און שרייבן א ספר תורה לעילו נשמתו, און פאראייביגן זיין נאמען לזכרון בהיכל ה'. לאמיר ברענגען א טרייסט פאר זיין צעבראכענע משפחה, וועלכע זאלן זיך קענען מחזק זיין מיטן ספר תורה על שמו.
לאמיר פארזיכערן אז עס וועט געשטעלט ווערן א חופה לזכרו וואו מען וועט קענען טאנצן בשמחת התורה, וואס דאס וועט ערזעצן שמשי'ס חופה וואס איז ליידער נישט צושטאנד געקומען.
יעצט ווען זיין קבר איז נאך פריש, ווען דער וואונד איז נאך רוי, ווען די טרערן זענען נאך נאס, לאמיר אויפטרייבן די נויטיגע סכומים צו קענען מקיים זיין דעם ועתה כתבו לכם את השירה הזאת.
נעמט א חלק אין דעם הייליגן ספר תורה, טוט עס פאר שמשי'ס נשמה, טוט עס פאר זיינע פארווייטאגטע עלטערן, טוט עס פאר זיין פאר'צער'טע נשמה!
ובזכות זה זאלט איר געבענטשט ווערט בכל הברכות הכתובות בתורה.