Organization Logo

Satmar

UTA OF LAKEWOOD

Goal $1,500,000

unidy slider image
unidy slider image
unidy slider image
unidy slider image
unidy slider image
unidy slider image


ווער וויל דען נישט זיין א חלק פון סוקסעס?

ווער וויל דען נישט זיין א חלק פון היסטאריע?

 

סאטמאר לעיקוואד איז אן היסטארישע סוקסעס! קוים מיט דריי יאר צוריק האט זיך געגרינדעט א נייער סאטמאר'ער ישוב אין לעיקוואד, ווי חסיד'ישע אינגעלייט יראים ושלמים האבן זיך ארויס געצויגן צו קענען אויפצוען זייערע קינדערלעך מיט הרחבת הדעת און ישוב הדעת אוועק פונעם טייערן און רוישיגן ברוקלין.

אבער אן קיין מוסדות גייט עס נישט. די עלטערן, אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר פון היימישן ברוקלין וואו זיי זענען נתחנך געווארן אויפן ערליכן שטייגער בדרכי אבותינו ורבותינו מוסדי דור ודור זי"ע, האבן מייסד געווען די מוסדות, א תלמוד תורה און א מיידל סקול. אויפן זעלבן שטייגער און פארנעם ווי מען איז צוגעוואוינט 'אינדערהיים' אויפן היימישן שטייגער, אז די יונגעלייט זאלן נישט דארפן מוותר זיין אויף קיין קוצו של יו"ד, ווען עס קומט צו די חינוך פון זייערע קינדערלעך.

אבער אט די מוסדות זענען א יוצא מן הכלל. די מוסדות ווערט געפירט דורך די עלטערן אליין פאר זייערע אייגענע קינדער. א יעדע טאטע וויל דאך די בעסטע פאר זיין קינד. דערפאר האבן זיך די עלטערן אריין געלייגט בעובי הקורה, אין די חלק הגשמי פונעם מוסד צו מאכן זיכער אז אלעס פארט על מי מנוחות.

הפלא ופלא! עס איז קוים דריי יאר, און דער מוסד האט שוין יעצט אונטער אירע פליגלען איבער 650 תלמידים ותלמידות! און דער מספר טוהט זיך פארמערן פילפאכיג יעדעס יאר.

די עלטערן זענען געקומען צום הכרה אז עס פארלאנגט זיך א נייעם גיגאנטישן בנין צו קענען אקאמאדירן דעם שטוינענדן וואוקס פונעם מוסד פאר די קומענדיגע יארן. זיי האבן זיך דעריבער אריין געלייגט דערין, און געטראפן א ריזיגן וועירהאוז וועלכער קען – גאר שנעל פארוואנדלט ווערן אין א פולקאמער מיידל שולע מיט אלע צוגעהערן, און עס פארלאנגט זיך נאר "געלט" דאס צו קענען פארענדיגן.

וואס האבן די געטרייע עלטערן געטוהן? זיי האבן זיך צונויף גענומען און געפלאנט א מעכטיגן קאמפיין, צו קענען צוזאם שטעלן די נויטיגע סכומים צו קענען ענדיגן אפקויפן דעם בנין, און דאס איבערבויען אז מען זאל זיך שוין בקרוב קענען אריבער צוען צום נייעם לאקאל.

טייערע אידן! שמע קולנו – עשה למען דורותינו! מיר דארפן אייער הילף צו קענען אויפשטעלן מוסדות התורה, וועלכע וועלן קענען דינען אלס פעסטע יסודות התורה והחינוך פאר אונזער קומענדיגע דורות.

מיר שטעלן יעצט אויף א הייליגע געצעלט פאר די באשעפערס קינדערלעך, און מיר דארפן אייער הילף דאס צו קענען אויספירן.

די אויסטערלישע סעייתא דשמיא איז קלאר און דייטליך, כאפט אייך מיט מיטן באן פון הימלישע הצלחה דורך נעמען א חלק אין דעם היסטארישן קאמפיין.

תזכו למצוות!