"קהילת בעלזא סטעטן איילענד" האט זיך געגרינדעט מיט אומגעפער זעקס יאר צוריק אין דער תקופה ווען חסידישע משפחות האבן זיך אנגעהויבן צו באזעצן אין דעם רואיגן, שיינעם געגענט. דער ציל פון די משפחות איז צו וואוינען מיט הרחבת הדעת ושלוות הנפש, און געניסן פון די רואיגקייט און רחבות. אינאיינעם מיט די פיל חסידישע משפחות האבן זיך אויך א צאל משפחות חסידי בעלזא געצויגן, און אנגעהויבן א פריש בלעטל פון רחבות און הרחבת הדעת.
פאר פיר יאר צוריק, בשנת תשע"ח זענען די מתפללים, בברכתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מבעלזא, אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט און געקויפט א בנין וואס זאל דינען אלס משכן לה' פאר א בעלזער שטיבל, צו דאווענען און לערנען מיט'ן הייליגן חסיד'ישן גייסט, מיט דעם גרינטליכן מסורה פון די הייליגע צדיקים פון בעלזא. זינט דאן, ווירבלט דאס שטיבל מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו מיט תורה ותפילה און חסיד'ישער התוועדיות, און דינט אלס לייכטורעם פאר דעם גאנצן אומגעגענט אלץ א פאסיגן מקום פאר יעדער איד וואס זוכט אריינצוקומען צו לערנען אדער צום דאווענען.
אין די לעצטע יאר האט מען אויך גאר שטארק מרבה געווען דעם קול התורה מיט'ן עפענעונג עטליכע כוללים אין בית המדרש. א "כולל ערב" פאר יונגעלייט וואס קומען לערנען ביינאכט, און אויך יעדן ערב שבת וואו עס געפינט זיך א פליגל פון דעם וועלט בארימטן "כולל ערב שבת העולמי" בנשיאות הגה"צ רבי יוסף מרדכי וואגשאל שליט"א. אזוי אויך איז דא א כולל בוקר און א כולל יום ראשון פאר בעלי בתים.
ערב חג שבועות תשפ״ב, האט די קהילה זוכה געווען אז בהוראות ובברכת הקודש פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א מבעלזא, האט מען אויפגענומען א חשוב'ער משפיע הגאון החסיד רבי משה מנחם בערנשטיין שליט"א, אן איידעם פון דעם בארימטן ראש הדיינים דחסידי בעלזא ב"פ הגה"צ רבי שלמה הכהן גראס זצ"ל, וועלכע שטייט היינט בראש פון די קהילה און גיבט זיך אפ מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט צו הייבן די איכות און כמות פון די קהילה אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן.
במשך די צייט האבן זיך די תושבים געהאלטן אינאיין פארמערן און עס האט זיך אנגעהויבן צו שפירן דעם צר לי המקום הזה. אבער בעיקר האט זיך געשפירט א שטארקן צורך צו בויען א מקוה מהודרת אז מ'זאל זיך קענען מקדש ומטהר זיין צום דאווענען וואס איז פון די יסוד היסודות פון א שטיבל. דעריבער האבן זיך די עסקנים אריינגעווארפן אין דעם ריזיגן רענאוואציע פראיעקט צו בויען דעם מקוה און פארברייטערן דעם בית המדרש כראוי וכיאות לבית ה', כדי עס זאל זיין גרייט צו אקאמאדירן די כסדר'דיגע פלייץ פון פרישע איינוואוינער וואס שליסן זיך אן אין די קהילה.
עס איז וויכטיג צו ארויסברענגען אז דער בעלזער שטיבל אין סטעטן איילענד געפונט זיך אין צענטער פון שטאט, און עס געפונען זיך ארום דעם זעלבן געגנד זעקס חסידישע בתי מדרשים פון פארשידענע חסידישע הויפן, וועלכער האבן נישט אין פלאן צו בויען א מקוה. דאס מיינט, אז די מקוה וועלכער בויעט זיך איצטער וועט גענוצט ווערן בעז״ה דורך הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וועלכער זענען מקפיד זיך צו טובל׳ן קודם התפילה כנהוג ביי חסידים מאז ומעולם.
דער קומץ פון מתפללי השטיבל זענען נישט מסוגל אליינס צו טראגן דעם פינאנציעלן עול, און קוקען ארויס אויף די הארציגע ביישטייערונג פון חסידי בעלזא דבכל אתר ואתר, פון הונדערטער תושבי השכונה אין סטעטן איילענד, און פון עמך בית ישראל בכל העולם, וועלכער בטוב ליבם קענען צוהעלפן אין דעם הייליגן ציעל פון קעמפעין "ונבנתה", גומר צו זיין על המוגמר פון די הייליגע ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה!