בית גדול וקדוש
דער הערליכער אברכים שטיבל דחסידי בעלזא אין בארא פארק, איז שוין ברייט- באקאנט אלס א מקום קדוש ברוחניות ובגשמיות, וואו יונגעלייט שטייגן אינאיינעם בתורה ועבודה אויף א שטארקע פארנעם. עס האט זיך אנגעהויבן במתי מעט, אבער אצינד נאך קרוב צו צוויי יאר וואס דער שטיבל שטייט, ציילט זיך עס שוין איבער הונדערט צעהן יונגעלייט קע"ה.
קרוב ללבו הטהור
דער שטיבל איז גאר נאנט צום הארצן פונעם מנהיג העדה, כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס האט ספעציעל ממנה געווען הרה"ג ר' ישראל מנחם מנדל בר חורין שליט"א אלס משפיע רוחני. און דער משפיע שליט"א זיך שטארק אריינגעלייגט אוועקצושטעלן דעם שטיבל עם כל פרטי' על צד היותר טוב.
את הלחץ זו הדחק
צוליב די וואוקס פונעם שטיבל האט מען שטארק אנגעהויבן צו שפירן דעם געדרענגעניש, די בית המדרש איז ממש געפאקט מקצה אל הקצה, און מען איז געווען געצווינגען צו זוכן א נייע לאקאל וואס זאל דינען אלס אכסניא פארן מקום קדוש. די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעלייגט צו טרעפן א נייע לאקאציע, אבער נאכן זוכן א שטיק צייט האט מען געזען אז אין בארא פארק קען מען נישט טרעפן קיין פאסיגע פלאץ וואס מען זאל קענען עפארדן. דערפאר איז מען געקומען צו די מסקנא אז מען מוז זיך אריינווארפן צו קויפן אן אייגענע שטיבל.
בורא עולם בקנין
ב"ה אז מען האט זיך אריינגעלייגט דערין, און געטראפן א פאסיגע גרייטע בנין, וואס איז גרייט צו פארקויפן, וואו מען קען ממש תיכף זיך אריינציען, א געוואלדיגע געאייגנטע פלאץ צו קענען אקאמאדירן די צרכים פונעם שטיבל, א היכל בית המדרש, שטיבלעך, און אלע צוגעהערן כראוי וכיאות פאר אזא הייליגע מקום. כאטש מען רעדט דא פון יונגע יונגעלייט, וואס האבן קוים א חתימת זקן, האט מען זיך צוזאמגענומען אינאיינעם, און זיך אנגעשטרענגט למעלה מיכולתם, און עס איז אריינגעקומען פון די יונגעלייט אליינס, די אסטראנאמישע סומע פון $1,200,000. א זאך וואס עס איז אומגלויבליך, אבער פאר א פאקט, וואס איז געקומען אדאנק די מסירת נפש פון די יונגעלייט. אבער מען דארף נאך גרעסערע סכומים צו קענען שליסן דעם מקח, וואס דארף פארקומען דעם קומענדיגן צום גדלי' הבעל"ט.
און די טעג נעמט זיך כלל ישראל צוזאם פאר א דרינגנדע 'כוננהו קאמפיין', וואו אחים לדעה וועלן ארויסהעלפן די יונגעלייט מען זאל קענען גומר זיין דעם מקח, און אוועקשטעלן דעם מקום קדוש על אדני פז, און אהערשטעלן א בית גדול לתורה ולתפילה.
לאמיר אלע נעמען אינאכט, אז מען רעדט פון יונגע יונגעלייט וואס דארפן אונזער הילף, און האבן נאכנישט קיין שטארקע בריחי התיכון, און אונזערע נדבות וועלן אי"ה זיין די גורם אז מען זאל קענען קלאוז"ן אויפן בנין החדש והמפואר.
היסטארישע הגרלה
בעלזא חסידים איבער דער גארער וועלט נעמען אויף מיט גרויס התרגשות די געוואלדיגע בשורה, אז צום ערשטן מאל וועלן זיי האבן די געלעגנהייט ארייינצוגיין אין א זעלטענע גורל, ווי עס וועט אויסגעראפלט ווערן הייליגע שטרוי אויף וואס דער הייליגער פריערדיגער רב - כ"ק מרן מהרי"ד זי"ע איז געשטאנען און אפגעראכטן די עבודת היום בעצם יום הקדוש.
אויסער דאס חשיבות פון דעם הייליגן ארטיקל, איז די שטרוי אויך פארעכנט געווארן אלס א סגולה פאר שמירה, רפואה און הצלחה. און נישט נאר ביי די חסידים איז דאס געווען א הייליגע סגולה, נאר אויך רבוה"ק זעלבטס האבן דאס געהאלטן אלס א סגולה, און אליין גענומען דערפון באלד נאך נעילה, עד כדי כך אז כ"ק מרן מהר"א זי"ע האט אויסגערופן איינע פון די יארן "איך בין נישט מוחל ווער ס'וועט כאפן פאר מיר!"
כאפט אריין די זעלטענע און היסטארישע געלעגענהייט און האנדלטס אייך איין אט די גאר מסוגל'דיגע שטרוי, און צו די זעלבע צייט שטיצט די אויפבוי פונעם פעסטונג פון די קומענדיגע דור
שפע ברכות
עס איז זיכער אז אלע תומכים ומסייעים וועלן געהאלפן ווערן מיט שפע ברכה והצלחה, בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא, און די זכות פון בויען א מקדש מעט וועט מגין זיין אז מען זאל זען הויפענעס אידיש נחת, און בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות עד ביאת גואל צדק בב"א.