unidy slider image

Yeshiva Tifereth Eliezer

בלב אחד

BONUS ROUND x1

$ 415,345

207% OF ORIGINAL GOAL $200,000 usd

BONUS GOAL $450,000

Campaign Contact Email:
Yeshivatiferetheliezer@gmail.com
Campaign Contact Phone:
718-600-8897

Yeshiva Tifereth Eliezer

בלב אחד

'קהל תפארת אליעזר'

א נאמען וואס איז שוין היינט ברייט-בארימט ביי יעדעם, אלס דער סאמע גרעסטער מקום תורה ותפילה אין ברוקלין, דער זעלטענער מקום וואס האט זוכה געווען צו אן אייגנארטיגער געשמאק, וואו עס שפירט זיך היימיש און באקוועם יעדער חסיד'ישער איד פון אלע שיכטן און קרייזן, פון די גרעסטע למדנים און מתמידים, ביז דער שוואכסטער בחור, און יעדער אינצווישן. תפאת אליעזר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער סאמע גרעסטער ישיבה אין כולל פון יהדות החרדית אין ברוקלין, אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען פון ווען כלל ישראל האט געאנקערט על אדמת אמעריקע נאכן גרויסן חורבן עולם.


בלב אחד

מיר תלמידי הישיבה זענען שטאלץ זיך ארויסצושטעלן כאיש אחד בלב אחד און גיין נאך געלט פאר דער תורה הקדושה, פארן רב שליט"א. פאר תפארת אליעזר. אויפצוטרייבן ריזן סומע'ס צו שטיין דער רב שליט"א צו הילף דורך צוטראגן די אויסטירלישן בודזשעט פון אריבער צען מיליאן דאלער יערליך וואסט קאסט אויסצוהאלטן דער ריזן תורה אומפעריא.

א גאנץ יאר!

זענען אונז דער ערשטער זאך אויף דער רב'ס הארץ, ער האט אונז שטענדיג אונזין, זארגט זיך פאר אונז מיט א פאטערליכע געטריישאפט טאג און נאכט, רוב שעות פון דער רב'ס גאר פארנומענע סדר היום געבט ער אוועק פאר אונז תלמידים. ווי מען הערט כסדר זיך אויסדריקן איך קען נישט איבער לאזן מיינע בחורים.

היינט!

ווייזן אונז ארויס אונזער גרויסער הכרת הטוב און אונז שטעלן זיך ארויס "בכל הלב" צו זיין דער ערשטער צו ארויס העלפן דער רב צו אויסהאלטן אונזער מעכטיגן תורה פעסטונג, מיטן שטעלן דער יסוד פאדעמענט פון דער מאסיווער יום שכולו תורה קאמפיין מיטן שאפן דער ערשטער צוויי הונדערט פופציג טויזענט דאללער.

ע"כ קומען אונז היינט ארויס מיט דער בכל הלב קאמפיין ווי די חשובע תלמידים ידידים ומעריצים פון הגה"צ די רב שליט"א וועלן אינאיינעם קענען נעמען א חלק אין דעם געוואלדיגער כח פון הרבצת התורה, און האבן א גלייכער חלק אין דעם ריזן תורה פעסטונג, און דורך דעם זוכה זיין צו אלע ברכות.